יידיש

א פארטרויעליכע ארגענאזאציע וואס העלפט ארויס חרדים געוואויר צו ווערן איבער פארשידנארטיגע מעגליכקייטן אין לעבן.

די ארגענאזאציע מעבר איז געגרינדעט געווארן צו סערווירן און שטיצן אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן די היימישע (אולטרא-ארטאדאקס) קהילות און זוכן אויסצושפורן נייע געלעגנהייטן ווי למשל ארבעט, שטודירן אדער בכלל ווי אזוי צו לעבן אינדרויסן פון זייער קאמיוניטי.

מיר וועלן אייך העלפן ענטפערן אזעלכע פראגן ווי צום ביישפיהל:

ווי אזוי קען איך פארבעסערן מיינע אדער מיינע קינדער’ס ענגליש און רעכענען?
ווי אזוי קען איך קריגן קוואליפיקאציעס; סערטיפיקאטן; איינשאפן פעאיהקייטן און טרענירונג?
ווי אזוי קען איך געפינען ארבעט?
ווי אזוי קען איך געפונען אוואו צו וואוינען?
ווי אזוי קען איך מיך צוזאמטרעפן מיט מענטשן וואס זענען ווי מיר?

אונזערע סערוויס איז גענצליך קאנפידענשל און בחנם. דו דארפסט אפילו נישט ארויסגעבן דיין נאמען ווען דו רופסט טעלעפאניש. אזוי אויך זענען מיר נישט פארבינדן צו קיין שום חרדי’שע ארגענאזאציע.

“ווען נישט ‘מעבר’ ווייס איך נישט וויאזוי מיין פערזענליכער לעבן וואלט היינט אויסגעקוקט.” א אינגער מאן.

“מעבר האט מיך געהאלפן עררייכן שטארקייט און זעלבסט זיכערהייט און אדאנק מעבר האב איך אייגעזען ווי ווייט מיינע מעגליכקייטן זענען נישט באגרעניצט געווען.” א אינגע פרוי.”

“איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס זענען דא אנדערע אידן אינדרויסן וואס זענען אינטרעסירט און פיהלן אן אחריות ארויסצוהעלפן חרדים.” אינגע פאטער.

רופט אונז אויף:   02081445074
טקסט / ווהאַצאַפּפּ: 07958706692
אימעיל: alex@mavar.org.uk
פעיסבוק: https://www.facebook.com/mavarUK

היות מיר האבן נישט שטענדיג עמיצער זיצן ביי די טעלעפאן, ביטע פיהלט באקוועם איבערצולאזן א מעסעדזש.
אלץ וואס איר ברויכט איז איבערלאזן א טעלעפאן נומער, צייט און דאטום אוואו און ווען מיר זאלן אייך צוריקרופן – מיר וועלן זיך אנטשטרענגען אמבעסטן נאכצוקומען אייערע פארלאנגען.


וואס איז מעבר?

מעבר שטעלט צו פארטרויעליכע אנווייזונגען און שטיצע צו חרדים וואס זוכן צו אויסגעפונען מער איבער פארשידענע אפציעס אויסער די גרעניצן פון זייערע קהילות

וואס טוט מעבר פאָרשלאגן?

מעבר טוט פארשלאגן הדרכה, אינפארמאציע, אינטערנעט מקורות, און רעקאמענדאציעס צו די פאסיגע ארגענאזאציעס און אגענטורן. א פערזענליכע מדריך (מענטאָר) וועט דיך עצה’נען דורכאויס דיינע שאלות, פארלעגנהייטן און באשלוסן, וואס אימער זיי זאלן זיין.

וואס קען מעבר טוהן מיר צו העלפן?

מעבר קען דיר ארויסהעלפן מיט פראגעס איבער בילדונג (עדיוקעישן), ארבעט, וועלפעיר (שטאט’ס הילף פראגראמען), וואוינונג, דיינע קינדער’ס בילדונג, שלום בית און פאמיליע אנגעלעגנהייטן און לעגאלע רעכטן.

ווער האט אויפגעשטעלט מעבר און ווער פירט אהן מיט אירע סערוויסעס?

מעבר איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע פון פרייע אידן, רעליגיעזע אידן און געוועזענע חרדים/חסידים וואס גלייבן אז יעדער יחיד האט די רעכט אליינס אויסצוקלייבן וואספארא וועג אין לעבן זיי ווילן נעמען פאר זיך. מעבר’ס סערוויסעס ווערן אויפגעהאלטן און אנגעפירט דורך וואלונטירן וואס האבן עקספיריענס אין פילע פארשידנארטיגע פעלדער און וועלכע זענען סענסעטיוו צו די אישוס וואס חרדישע אידן פארמאגן.

האט מעבר עפעס אנטקעגן רעליגיע אדער אנטקעגן די חרדישע פירערשאפט

ניין. מעבר איז באזירט אויף די פרינציפ אז מענטשן האבן א רעכט אויסצוועהלן וואספארא לעבן זיי ווילן פיהרן – אריינגערעכנט די רעכט אויסצוקלויבן – צו זיין א פרום אדער פירן א חרדישע לעבן. מיר זענען נישט דא צו פרובירן עמיצן איבערצוצייגן צו זיין פריי אדער צו לעבן אויף סיי וועלכע געוויסע לעבן.

טוט מעבר ארבעטן מיט סיי וועלכע אנדערע ארגאנעזאציע אינערהאלב די חרדישע קהילות?

כדי אפציהיטן אויף די אינפארמאציע און דעטאלן פון אונזערע רופערס, טוט מעבר נישט ארבעטן מיט קיין איין ארגענאזאציע וואס איז פארבינדן מיט איינע פון די חרדישע קאמיוניטיס.


רעגעסטרירטע טשאריטי נומער: 1156754